Shavli home page | ShtetLinks Home | JewishGen Home

shtetlinks

This is how we died

by Levi Shalit

Munich, 1949

A Yizkor Book for Shavl, Lithuania

Translated from Yiddish by Assaf Urieli
Yiddish words or phrases which I had difficulty translating are underlined. Please feel free to help elucidate them.

Creative Commons License
This translation is licensed under a Creative Commons Attribution-NonCommercial-ShareAlike 3.0 Unported License.

אַזױ זײַנען מיר געשטאָרבן

לוי שאַליט

מינכען, 1949

יזכּור-בוך פֿון שאַװל, ליטע

איבערגעזעצט אױף ענגליש דורך אסף אוריאלי

Page 2

Links: Start page, Next page.

Self defence or suicide:

זעלבּסטשוץ אָדער זעלבּסטמאָרד:

Avrom Shvayger has only just returned from the train station. Today’s rumour, that military trains will be provided to evacuate the Jews, has turned out to be false. The only advice he can give is to head off by foot. Meanwhile rumours are going around that the Russians have fortified the old Soviet borders and aren’t allowing anyone across without a Communist party card. אברהם שװײגער איז ערשט צוריקגעקומען פון װאָקזאַל. די הײנט-בּאַגינענדיקע ידיעה, אַז מען װעט שטעלן עשאַלאָנען אױף עװאַקואירן די ייִדישע בּאַפעלקערונג איז ניט אמת. עס בּלײבּט נאָר אײן עצה זיך לאָזן צופיס. דערװײל הערן זיך קלאַנגען, אַז די רוסן האָבּן זיך בּאַפעסטיקט בּײ די אַלטע סאָװעטישע גרענעצן און לאָזן קײנעם ניט אַריבּער, אױסער די װעלכע האָבּן קאָמוניסטישע פּאַרטײ-בּילעטן.
He leaves the house. Maybe he’ll hear something in the street, maybe there’s still a way to get out and escape from the Germans. אברהם שװײגער איז אַרױס פון שטובּ. אפשר װעט ער דאָך עפּעס הערן אין גאַס, אפשר איז דאָך פאַראַן אַ מעגלעכקײט זיך אַרױסצוקריגן, צו אַנטלױפן פון דײטש.
Cars are moving along the streets. On one of them lie two dead soldiers, shot through the back, facing down. The car has stopped. A young Jew, his hair dishevled, a large rifle by his side, jumps off. He asks the way to the border. Jews run up to the young man to answer him, contemplating with astonishment and fear the first fruit of the war... איבּער די גאַסן טראָגן זיך אױטאָס. אױף אײנעם פון זײ ליגן צװײ דערהרגעטע סאָלדאַטן, דורכגעשאָסענע אין די רוקנס, מיט רי פּנימער אַראָפּ. דער אױטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט. אַ יונגער ייִדישער בּחור מיט אַ קאָפּ צעשױבּערטע האָר און אַ גרױסן נאַגאַן בּײ דער זײט איז אַרונטערגעשפּרונגען. ער פרעגט די ריכטונג צום גרענעץ. ייִדן זײנען צוגעלאָפן צום בּחור גרײט אים צו ענטפערן. אָנקוקענדיק, פאַרחידושט און דערשראָקן די ערשטע מלחמה-פרוכט...
On the streetcorner by Zagornik’s pharmacy, a crowd of Jews has gathered. Avrom stops to listen. Zagornik, a learned Jew well-versed in the bible and a leader of the town’s Zionist worker’s party, stands in the middle of the crowd and tries to find quotes from the scriptures to console the frightened Jews. Many of those in the crowd are carrying satchels in their hands, found abandoned all over the city. Peresetskikhe, the town’s lunatic, runs up to the standing crowd, her teeth chattering and her whole face wild with joy. She breaks into the crowd and grabs Zagornik by the lapels: “Finished, and end to your life, the Germans will slaughter all of you Jews down to the very last one, but not me! From this day on I’m a Goy. Away with the Jews, ha ha ha, no more Jews, your life will be destroyed, God doesn’t need Jews any more.” The Jews start dispersing. Some make for the paved road, abandoning the city. אױפן װינקל גאַס, בּײ זאַגאַרניקס אַפּטײק, זײנען געשטאַנען ייִדן אין אַ געזעמל. אברהם האָט זיך צוגעשטעלט. זאַגאַרניק, אַ ייִד אַ למדן, אַ בּעל תנ“ך און אַ פירער פון דער ציוניסטישער אַרבּעטערפּארטײ אין שטאָט, איז איצט געשטאַנען אין מיטן פון געזעמל און געזוכט נחמו-פּסוקים פאַר די צעשראָקענע ייִדן. צװישן די געזעמלער זײנען אַ סך געװען מיט רענעצלעך אין די הענט, אַזעלכע װאָס האָבּן זיך געקליבּן פאַרלאָזן די שטאַט. פּערעסעצקיכע די שטאָט-משוגענע איז צוגעלאָפן צו די שטײענדיקע ייִדן, אירע צײנער האָבּן זיך געשטשירעט און דאָס גאַנצע פּנים האָט זיך װילד געפרײט. זי האָט זיך אַרײנגעריסן צװישן די שטײענדיקע און אָנגענומען זאַגאַרניקן פאר די לאַצן: „אױס, אַ סוף צו דײנע יאָרן, די דײטשן װעלן אײך אַלע ייִדעלעך אױסקױלענען, נאָר מיר ניט, איך בּין פון איצט אַ גױע, אױס מיט ייִדן, כאַ-כאַ-כאַ, נישטאָ מער קײן ייִדן, אַ בּראָך צו דײנע יאָרן, גאָט דאַרף קײן ייִדן ניט מער.“ די ייִדן האָבּן זיך אָנגעפאַנגען פונאַנדערגײן. אַ טײל האָט זיך געלאָזט צום שאָסײ, פאַרלאָזן די שטאָט.
Yoysef Rudnik, the teacher, gives Shvayger a tug by the sleeve, and Shvayger follows him. Yoysef’s face, always pale from his nagging tuberculosis, is even paler than usual. Only his jaws are colored with a feverish rosiness. דער לערער יוסף רודניק האָט אַ צי געטאָן שװײגערן פאַרן ארבּל. אַברהם שװײגער איז אים נאָכגעגאַנגען. יוספס פּנים װאָס איז שטענדיק בּלײך געװען פון דעם נאָגנדיקן טובּערקולאָז איז הײנט נאָך בּלײכער. נאָר די קינבּאַקן זײנען פאַרלאָפן אין אַ פיבּערדיקער ראזיקײט.
“We’re going to hold a deliberation in the secondary school building.” — מיר װילן האָבּן אַ בּאַראַטונג אין גימנאַזיע.
Avrom breaks into a smile. “What new plans are us poor Jews going to think up now!” אברהם האָט אַ שמײכל געטאָן: — מ'שטײנס געזאָגט, װאָס קענען מיר שױן אױסטראַכטן!
“I’ve heard they want to organise self-defense,” answered Yoysef. — איך האָבּ געהערט, מען װיל שאַפן אַ זעלבּסטשוץ — האָט יוסף געענטפערט.
In the school building they found Mordkhe Rudnik, Aaron and Yankev Katz, Dovid Sorolovich, and others. אין גימנאַזיע זײנען שױן געװען מרדכי רודניק, אַהרון און יעקב כ“ץ, דוד סאָראָלאָװיטש און אַנדערע.
Inside the locked book cases you could see the bookbacks of beautifully bound Hebrew books. These were the books forbidden by the Soviets. פון די פאַרשלאָסענע בּיכער-שרענק האָבּן אַרױסגעקוקט שײן-געבּונדענע רוקנס פון העבּרעאישע װערק. דאָס זײנען געװען די סאָװעטיש-פאַרבּאָטענע בּיכער.
Mordkhe Rudnik, the former director of the secondary school, who has only a month ago been released from jail, where he had been locked for a full year due to Zionist activity, broke a glass pane off a bookcase with his fingers, and took out some of his own favourite books. A smile broke out on his thin lips and his long red face shined out with the joy of victory. He opened Bialik’s poems and started to read out loud. But one of the onlookers interrupted him: “The time for poetry is over. Shavl will soon turn into a new Kishenev.” Rudnik closed the book. Everybody sat down. A deep, deaf stillness reigned over the classroom. מרדכי רודניק, דער געװעזענער דירעקטאָר פון גימנאַזיע, װאָס איז ערשט מיט אַ חודש צוריק אַרױס פון טורמע, װוּ ער איז פאַר זײן ציוניסטישער טעטיקײט געזעסן דעם גאַנצן יאָר, האָט מיט די פינגער אױסגעבּראָכן אַ שטיק אַלמער-גלאָז, און אַרױסגענומען עטלעכע פון זײנע אינטימע ספרים. אַ שמײכל האָט זיך צעלײגט אױף זײנע דינע ליפּן און דאָס רױט-לענגלעכע פּנים האָט אױסגעדריקט נצחון-פרײד. ער האָט געעפנט בּיאַליקס לידער און אָנגעהױבּן עפּעס ציטירן. אײנער האָט אים איבּערגעשלאָגן: „די צײט פון פּאָעזיע איז פאַרבּײ. שאַװל װעט װערן בּאַלד אַ נײ קישיניעװ.“ רודניק האָט פאַרמאַכט דאָס בּוך. אַלע האָבּן זיך געזעצט. אַ שטומע טיפע שטילקײט האָט געהערשט אין חדר.
“Maybe we should make an urgent appeal to the Communist Party to evacuate the Jews from the city.” — עס איז דאָ נאָך אײן עצה: אַ תיכפריקע אינטערװענץ צו דער קאָמ.-פּאַרטײ מען זאָל עװאַקואירן די ייִדן פון שטאָט.
“My proposal is,” said another, “to gather all of the Jews into two large city buildings, into the synagogue and the secondary school, and barricade ourselves, to avoid getting murdered by the Lithuanians boors, who are lying in wait to spill our blood; we need to resist and defend ourselves until the Germans arrive. I place more trust in a government authority, even one run by Hitler, than in the Lithuanian assassins.” — מײן פאָרשלאָג איז, האָט אַ צװײטער זיך אָפּגערופן — מיר זאָלן פאַרזאַמלען אַלע ייִדן אין צװײ גרױסע שטאַט-הײזער, אין בית-המדרש און גימנאַזיע, זיך בּאַריקאַדירן, כדי ניט דערמאָרדעט װערן פון די כאַמישע ליטװינער, װעלכע לױערן איצט אױף אונדזער בּלוט; מיר זאָלן זיך קעגנשטעלן, זיך זעלבּסט שיצן, בּיז די דײטשן װעלן אַרײן אין שטאָט, װײל איך האָבּ אַלץ מער צוטרױ צו אַ מאַכט, מעג זי זײן אַפילו אַ היטלעריסטישע, װי צו די רוצחים ליטװינער.
“I disagree,” answered Aaron Katz. “First of all, the Lithuanians won’t even let us reach the barricaded buildings. What’s more, why should we gather all of the victims together in one place and deliver them to the Lithuanians or Germans? This would mean suicide, not self defense.” — איר זײט ניט גערעכט, האָט זיך אהרון כ“ץ אָנגערופן — ערשטנס װעלן די ליטװינער אונדז ניט לאָזן אַפילו קומען צו די בּאַריקאַדיר-פּונקטן און, װידער, װער דאַרף צושטעלן די ליטװינער אָדער די דײטשן אַלע קרבּנות מיט אײן מאָל? דאָס װאָלט געמײנט זעלבּסטמאָרד, ניט זעלבּסטשוץ.
The gathered men exchanged glances. Since no alternative could be found to the first proposal, it was decided to select three names to form a delegation. After some discussion on who should be sent to solicit the Communist Party, the delegation was sent. די פאַרזאַמלטע האָבּן זיך איבּערגעקוקט. און אַז קײנער האָט ניט געפונען קײן דערװידערונג צום ערשטן פאָרשלאַג, האָט דער ערשטער אָנגערופן דרײ נעמען פאַר אַ דעלעגאַציע. מען האָט אַ װײלע דיסקוטירט, צו װעמען מען זאָל זיך װענדן אין קאָמ.-פּאַרטײ, און די דעלעגאַציע איז אַװעק.
On the steps from the NKVD, they met the secretary Green. The delegation presented their request to him. אױפן טרעפּ פון נ.ק.װ.ד. האָבּן זײ געטראָפן דעם סעקרעטאַר גרין. די דעלעגאַציע האָט אים דערצײלט זײער פאַרלאַנג.
“Go home and speak no more about this,” answered Green tersely. “Everybody must stay put. We’re not abandoning the city...” — גײט אַהײם און רעדט ניט מער װעגן דעם — האָט זײ גרין קורץ געענטפערט — אַלע מוזן בּלײבּן אױף די ערטער; מיר פאַרלאָזן ניט די שטאָט...
Soon people got wind of an absurd piece of news: Mr. and Mrs. Vits, old revolutionaries who had spent years in jail and now occupied high positions in the Communist Party, had both been condemned to death today in a military court: for spreading panic in the city. They were accused of telling Jews to go the train station today at dawn, and had promised them they would provide military trains for transport... בּאַלד האָט מען זיך דערװוּסט אַ װילדע ידיעה: די פרױ און דער מאַן װיץ, בּײדע אַלטע רעװאָלוציאָנערן, װאָס זײנען יאָרן-לאַנג געזעסן אין טורמע, און האָבּן איצט געהאַט הױכע שטעלעס אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, די בּײדע זײנען הײנט דורך אַ מיליטער-געריכט פאַראורטײלט געװאָרן צום טױט — פאַרן מאַכן פּאַניק אין שטאָט. די אָנקלאָע איז בּאַשטאַנען אין דעם, װאָס זײ האָבּן הײנט בּאַגינען געהײסן די ייִדן גײן צום בּאַן און , זײ צוגעזאָגט צו פאַרזאָרגן מיט עשאַלאָנען...

Continued here.