Shavli home page | ShtetLinks Home | JewishGen Home

shtetlinks

This is how we died

by Levi Shalit

Munich, 1949

A Yizkor Book for Shavl, Lithuania

Translated from Yiddish by Assaf Urieli
Yiddish words or phrases which I had difficulty translating are underlined. Please feel free to help elucidate them.

Creative Commons License
This translation is licensed under a Creative Commons Attribution-NonCommercial-ShareAlike 3.0 Unported License.

אַזױ זײַנען מיר געשטאָרבן

לוי שאַליט

מינכען, 1949

יזכּור-בוך פֿון שאַװל, ליטע

איבערגעזעצט אױף ענגליש דורך אסף אוריאלי

Page 1

Links: Next page/a>.

Part One

ערשטער טײל

Oh, trusting people of Israel אָ, גלײביק פֿאָלק ישׂראל

This is how it happened

. . . און אזױ איז עס געװען

Along the long Vilna Street in the Lithuanian city of Shavl, young folk were strolling about in the cool summer evening, filling the nearby alleyways with their cheerful voices. איבּער דער לאַנגער װילנער גאַס אין דער ליטװישער שטאָט שאַװל האָבּן יוגנטלעכע שפּאַצירט, פאַרהילכנדיק אין דעם קילן זומער-אָװנט די געסעלעך אַרום מיט זײערע מונטערע קולות.
It was 10 o’clock in the evening. The streets were full. Pairs of young lovers had long been settled on the benches behind the old oak trees and thornbushes in the city park on Daytsher Street. דער זײגער איז געװען צען. די גאַסן זײנען פול געװען. פאַרליבּטע פּאָרלעך האָבּן שױן געהאַט לאַנג פאַרנומען די בּענק, הינטער די אַלטע דעמבּעס און שטעכיקע קוסטעס אין שטאָט-גאָרטן, װאָס אױף דער דײטשער גאַס.
Yet beneath the mask of habitual calm, a keen eye might discern a suppressed nervousness among the people coming in and out of the NKVD1 building on the other side of Daytsher Street. The people sitting in the park don’t seem to notice this. The summer air exhilerates their young hearts with the wine of greenery flowing out of the old oak trees. They are too busy with their own feelings to notice cars rushing up on the other side of the street. Out of these cars, soldiers with unbuttoned greatcoats emerge, allowing themselves to be hurried at a nervous pace into the NKVD corridors, only to return even more irritated and disappear into the night. אונטער דער מאַסקע פון געװײנטלעכער רואיקײט װעט, אַ זיך גוט צוקוקנדיק אױג בּאַמערקן אַ פאַרשטיקטע נערװעזיטעט בּײ די מענטשן, װעלכע קומען און גײען איצט פון נ.ק.װ.ד.-בּנין*), װאָס אױף דער זעלבּער דײטשער גאַס. רי פּאַרק-זיצער מערקן עס אַפּנים ניט. די זומער-לופט פילט אָן די יונגע הערצער מיט גרינער שכרות, װאָס גיסט זיך פון די אַלטע דעמבּעס. זײ זײנען פאַרנומען מיט אײגענע געפילן און זעען ניט װי צו דער צװײטער זײט גאַס לױפן אָן אױטאָס, פון װעלכע עס שטײגן אַרױס מיליטער-לײט מיט צעשפּילעטע שינעלן און לאָזן זיך יאָגן מיט נערװעזע טריט אין די קאָרידאָרן פון נ.ק.װ.ד., קערן זיך בּאַלד צוריק נאָך מער אױפֿגערעגט און — פאַרשװינדן אין דער נאַכט אַװעק.
1NKVD – People’s Commissariat for Internal Affairs *) נ.ק.װ.ד. — נאַציאָנאַלער קאָמיסאַריאַט פאַר אינערלעכע אָנגעלעגנהײטן.
Admittedly a certain anxiety has persisted in the city for the past week. Ever since the previous Saturday at dawn, when authorities started sending the “undesirable elements” away to “another republic” (according to the official version) —the old Russian terror word has surfaced yet again—Siberia! But this evening, the anxiety has gained not only those who expect to be ordered away, but also those giving the orders. אמת, אַ געװיסער אומרו האַלט שױן אָן אין שטאָט אַ װאָך צײט. פון פאָריקן שבּת בּאַגינען, װען מען האָט אָנגעפאַנגען אַרױספירן די ניט-געװוּנטשענע עלעמענטן אין אַ צװײטער רעפּובליק— װי דער אָפיציעלער נוסח זאָגט— דאָס אַלטע רוסישע שרעקװאָרט איז װידער בּאַנײט געװאָרן — סיבּיר! אָבּער הײנט אָװנט זײנען אומרואיק ניט נאָר די, װעלכע ריכטן זיך אַרױסגעפירט צו װערן, נאָר אױך די אַרױספירער.
A deep secret hangs over the city. The strolling Jews quibble with each other: some deduce from Molotov’s speech today that the war will come in the remote future; others don’t believe it will ever come at all. But nobody imagines it here and now. מאָלאָטאָװס הײנטיקער רעדע, אַז די מלחמה איז נאָך זײער װײט; װער עס גלײבּט כלל נישט אין איר. נאָר קײנער זעט איר ניט איצט, גלײך.
A long row of cars has started rolling into the city along the Yanishker Road. With staggering speed, officers loom up at every street corner. Suddenly the electricity goes out, and the city, which only a moment ago was brightly lit, is plunged into darkness and filled up with the dull rambling of rolling tanks and loud Russian curses— אַן אױטאָ-קאַראַװאַן האָט מיט יאַנישקער שאָסײ אָנגעפאַנגען אַרײנראָלן אין שטאָט. מיט אױגן-פאַרשװינדלנדיקער שנעלקײט זײנען אױסגעװאַקסן אָפיצירן אױף אַלע גאַס-װינקלען. די עלעקטרע האָט זיך אױסגעלאָשן, די נאָך אָקאָרשט העל-לױכטנדיקע שטאָט איז פּלוצלונג פאַרטונקלט געװאָרן אין חושך, אָנגעפילט געװאָרן מיט טעמפּן טאַנקעס-גערױש און קלינגנדיקע רוסישע קללות —
War! מ ל ח מ ה !
People rush up to the radio sets. Moscow! Berlin! Nervous fingers turn the radio dials, but both stations are transmitting light entertainment music... מענטשן האָבּן זיך אַ װאָרף-געטאָן צו די ראַדיאָ-אַפּאַראַטן. מאָסקװע! בּערלין! נערװעזע פינגער האָבּן געדרײט די ראַדיאַשרײפלער, נאָר בּײדע סטאַנציעס האָבּן געגעבּן אונטערהאַלטונגסמוזיק...
That night, old men groaned under their blankets, reviving memories from the previous war: the Volga, steppes, Russian hamlets, hunger, plagues, wandering... Only twenty-odd years after their return, it seems they’ll be getting another occasion to make the long journey back again. עלטערע מענטשן האָבּן געקרעכצט אונטער זײערע דעקעס אין דער דאָזיקער נאַכט, אױפגעפרישט אין זכרון בּילדער פון יענעם קריג: װאָלגאַ, סטעפּ, רוסישע כוטארן, הונגער, מגפות, װאָגל... הײסט עס, ס’קומט אױס צו מאַכן נאָך אַמאָל אַ נסיעה אַהין, פון װאַנעט מען איז פאַר עטלעכע און צװאַנציק יאָר צוריקגעקומען.
The streets outside were distorted under the pressure of heavy Russian “Stalinovtsa” tanks rolling towards the German border. And the moon floated calmly, without the slightest imperfection, across the deep blue sky. אין דרױסן האָבּן די גאַסן זיך געקאָרטשעט אונטערן דרוק פון די שװערע „סטאַלינאָװצעס-טאַנקעס“ װעלכע האָבּן געראָלט צי דער דײטשער גרענעץ. און די לבנה האָט רואיק שפּאַצירט אָן אַ פּינטעלע פּגימהדיקײט איבּערן טוך-בּלױען הימל.
At the first light of dawn, the sky let out an angry rumble, and dragged the men half-naked out into the street. The airplanes rose higher into the sky. The rising sun painted the white “birds” in golden hues. All eyes rose up abruptly to look at the sky. The first falling bombs added color to the morning, and the fires provoked in the outskirts of the city answered the high-flying “storks” with a flaming greeting. For hours on end the men stood out in the street, going indoors only to eat their breakfast and returning to contemplate the same scenes. The city became silent, like on a holiday. No soldiers appeared. No anti-aircraft gunshots answered, until— אין די ערשטע בּאַגינען שעהן האָט דער הימל זיך אַ צעבּײזער געטאָן און אַרױסגעשלעפּט די מענטשן האַלבּ נאַקעט אױפן גאַס. די אַעראָפּלאַנען האָבּן זיך העכער אױפגעהױבּן. די אױפגײענדיקע זון האָט געפאַרבּן די װײסע „פײגל“ אױף גאָלד-פאַרבּ. אַלעמענס אױגן האָבּן פאַרריסן געקוקט צום הימל. די ערשטע פאַלנדיקע בּאָמבּעס האָבּן צוגעגעבּן קאָליר דעם פרימאָרגן, און די אַרױסגערופענע שרפות אין די עקן שטאָט האָבּן געענטפערט מיט פלאַמיקן גרוס צו די אױבּן-פליענדיקע „בּושלען“. שעהן לאַנג זײנען די מענטשן געשטאַנען אין דרױסן, געגאַנגען עסן זײער פרישטיק און צוריק אַרױס אָנקוקן די דאָזיקע בּילדער. די שטאָט איז געװען שטיל, כמעט יוםטובדיק. קײן מיליטער האָט זיך ניט בּאַװיזן. קײן זעניט-שאָסן האָבּן ניט געענטפערט בּיז —
An airplane sliced through the city, flying low above the buildings. The seething motor gave a sudden start. The white birds dazzled the onlookers like mirrors in the sun and swung back up into the sky. The city’s heart flared up like a torch and resounded from end to end with one painful terrified Jewish “Oy!”, torn out of ten thousand Jewish hearts. It was as though everybody woke up from a lethargic sleep. Assistant policemen with red armbands loomed up in every courtyard. —“Into the cellars!” Home owners with cellars started carrying beds, tables, bedding and foodstuff into the underground caverns. Inhabitants of apartments without cellars lay down alongside the walls. The whole city looked like a cemetary: one half already lying in cellar tombs, and the other half awaiting burial. אַן אַעראָפּלאַן האָט זיך דורכגעשניטן אין מיטן שטאָט, נידעריק איבּער די מױערן. דער בּרױזנדיקער מאָטאָר האָט אַ ריס געטאָן. די װײסע פליגלען האָבּן אַ בּלענד געטאָן װי שפּיגלען אין זון און זיך אױפגעשװוּנקט צוריק צום הימל. דאָס האַרץ פון שטאָט האָט זיך פאַקלדיק צעפלאַקערט און איז פאַרהילכט געװאָרן פון בּרעג צו בּרעג מיט אײן װײטאָקדיקן שרעקפולן ייִדישן „אױ!“, װאָס האָט זיך אַ ריס געטאָן פון צען טױזנט ייִדישע הערצער. אַלע האָבּן זיך אױפגעכאַפּט װי פון אַ לעטאַרגיע-שלאָף. געהילפס פּאַליצײ מיט רױטע בּענדער אױף די אַרבּל זײנען אױסגעװאַקסן אין אַלע הױפן. — „אַרײן אין די קעלערן!“ בּעלי-בּתים, קעלער-בּאַזיצער האָבּן גענוּמען אַרײנטראָגן אין די ערד-הײלן בּעטן, טישן, בעטגעװאַנט און עסנװאַרג. די אײנװױנער פון קעלערלאָזע דירות האָבּן זיך אױסגעלײגט פּאַזע די װענט. רי גאַנצע שטאָט האָט אױסגעזען װי אַ בּית-עולם: אײן טײל ליגט שױן אין רי קעלער-קברים און די אַנדערע װאַרטן אױף קבורה.
The calm returned at dusk. Some Jews stopped in to see Christian acquaintances, who accepted the large sums of money stuffed into their hands and brought their Jews on wagons to their homes. It’s safer in the countryside. The next day the “rescued” Jews left their belongings out in the countryside and came back into town. The countryside is seething with hatred, about to boil over into a pogrom. Young Lithuanians, former policemen and clerks in Soviet offices have gone off into the forests as saboteurs. They cut the telephone wires and shoot at the Russian army. The Red Army has a guerilla war in their backs. But Jews console themselves: the “invincible Red Army” and... God will come to the rescue. פאַרנאַכט איז װידער שטיל געװאָרן. אַ טײל ייִדן האַבּן זיך אַ װאָרף געטאָן צו בּאַקאַנטע קריסטן. די בּאַקאַנטע האָבּן צוגענומען די אַרײנגעשטאָפּטע גרױסע געלט-סומעס און אױף פורלעך אַריבערגעפירט זײערע ייִדן צו זיך. אין דאָרף איז זיכערער. אױף מאָרגן האָבּן די „געראַטעװעטע“ איבּערגעלאָזן די זאַכן אין דאָרף און צוריק געקומען אין שטאָט אַרײן. דאָס דאָרף בּרױזט מיט האַס, ס'איז ערב פּאָגראָם. יונגע ליטװינער, געװעזענע פּאָליצײ און בּאַאַמטע בּײ די סאָװעטן, זײנען אַװעק אין די װעלדער אױף דיװערסיע. זײ שנײדן איבּער די טעלעפאָן-דראָטן, שיסן אין דער רוסישער אַרמײ. די רױטע אַרמײ האָט אַ גוערילא-קריג אין רוקן. נאָר ייִדן טרײסטן זיך — די „אומבּאַזיגבּאַרע רױטע אַרמײ“ און — גאָט װעט העלפן.

In the train station lie thousands of Jews yearning to get away by train. They want to get away to Russia. But there are no wagons. They are told not to panic. Young men run to the Communist Party headquarters, asking to enlist in the Red Army, but they are told to wait: announcements will be made about military service obligations and enlistment. אױפן װאָקזאַל ליגן טױזנטער ייִדן רײסן זיך אַװעקצופאָרן מיטן בּאַן. װילן אַװעק קײן רוסלאַנד. נאָר קײן װאַגאָנעס זײנען ניטאָ. מען הײסט ניט מאַכן קײן פּאַניק. יונגע מענער לױפן אן קאָמ.-פּאַרטײ, װילן פרײװיליק אַװעק צו דער רױטער אַרמײ, נאָר מען הײסט װאַרטן, מען װעט מעלדן װעגן דינסט-פליכט און װעגן פרײװיליקע.
On the third day of the war, a proclamation by General Yegorov is exhibited to the population. It exhorts calm and order. Each one should proceed with his work and, “our soldiers are guarding the gates from Memel to Königsberg.” But what’s the use of announcements, when the Red Army soldiers can already be seen running through the town weaponless, barefoot, in their bare underclothes. You can’t even stop them to ask a question, they are frightened and disheartened. They must have endured a cruel attack, driving them near mad. It’s clear that the Germans are not far. The gunshots can already be heard. The front is getting near. אױפן דריטן קריגס-טאָג האָט זיך בּאַװיזן אַ פּראָקלאַמאַציע פון גענעראַל יעגאראװ צי דער בּאַפעלקערונג. ער רופט צו רו און אָרדענונג. יעדערער זאָל פאָרזעצן זײן אַרבּעט און — „אונדזערע חײלות שטײען בּײ די טױערן פון מעמל און קעניגסבּערג“. װאָס העלפן אָבּער דערקלערונגען, אַז די רױט-אַרמײער לױפן שױן דורכן שטאָט אָן געװער, בּאָרװעסע, אין די הױלע תחתונים. מען קען זײ ניט אָפּשטעלן עפּעס פרעגן, זײ זײנען צעשראָקן און דעפּרימירט. זײ האָבּן זיכער געהאַט אַ גרױזאַמע אַטאַקע, װאָס האָט זײ אַרײנגעיאָגט אין שגעון. ס'איז קלאָר, אַז די דײטשן שטײען שױן ניט װײט. די שיסערײען הערן זיך שױן. דער פראַנט איז נאָנט.

♦♦♦

♦♦♦

Continued here.